אויגוסט 2006
ארטיקל צו איבערקוקן דער ארטיקל, אדער בלויז דעטאַלן פון אים, זענען מעגלעך נישט געשריבן ענציקלאפעדיש, אדער זענען זיי מעגלעך גאר פֿאַלש, אדער נישט נייטראל אראפגעשריבן. ביטע נישט אראפנעמן דעם מוסטער איידער מען טוט זיך געהעריג דורכשמועסן אין דעם שמועס בלאַט. |
געשעענישן
רעדאַקטירןפרייטאג ב' דר"ח אלול (אויגוסט 25)
רעדאַקטירן- באקאנטער אידישער קאמעדיען דזשעקי מעסאן קלאגט די קריסטליכע אידן פאר יוזל גרופע אין געריכט פאר צוויי מיליאן דאלאר, פארן אים נוצן אין זייער מיסיאנערישע ליטעראטור. [1]
- פיאנערישער אידישער בלאג חאסידיק רעבעל בעט זיינע ליינער אויפצובויען אידישע וויקיפעדיע, קריטיקירט זיינע קעלעגעס פארן איגנארירן אזא היסטארישן פראיעקט צו ברענגען פרייהייט פון ווארט פאר חסידישע אידיש רעדענדע געזעלשאפט. [2]
- זארג אין צפון ארץ ישראל: יו.ען. אינטערנאציאנעלע גוי'אישע כוח וועט פארפלייצן לאנד מיט זנות. [3]
- קעטסקילס: אידן וואס זענען פארבלאנזשעט געטראפן געווארן געזונט. [4] (ארכיווירט 30.09.2007 ביי דער Wayback Machine)
- געוועזענער אידישער ווייסן הויז ווארטזאגער ארי פליישער שרייבט בריוו צו געוועזענער דעמאקראט ליבעראלער פרעזידענט זשימי קארטער. [5]
- היסטאריע געבראכן ביי פרומע שול אין וועסט סייד מאנהעטן וואס שטעלן א פרוי אלס רבי און ראש הקהל. אויף רוחניות. [6]
- דראמא אין ברוקלין: שומרים פון קרוין הייטס מיט די הילף פון שומרים אין וויליאמסבורג כאפן שווארצער אינג וואס באפאלט צוויי אידן. איינס פון די באטרעפנדע איז אליין א וואלענטור און אויך דער בלאגער פון קרוין הייטס און חבד נייעס קרוין הייטס אינפא. [7] (ארכיווירט 28.09.2007 ביי דער Wayback Machine)
- קרוין הייטס: בילדער פון כאפצעם אויף גרופע שווארצע וואס פריווען בארויבן איד. [8] (ארכיווירט 28.09.2007 ביי דער Wayback Machine)
- היטלער רעסטוראנט אין אינדיע טוישט איר נאמען נאך דרוק פון אידישע גרופעס. [9]
- ווידעראמאל: 3 ברסלב חסידים ארעסטירט פארן אריינגיין אין קבר יוסף הצדיק אין שכם. [10]
- אסטראנאמיע: פלוטא אראפגענידערט פון איר ביז איצטיגער שטאנד אלס פלאנעט. [11]
- ארץ ישראל פירט דעם וועג אויף סטעם סעל ריסערטש. [12] (ארכיווירט 01.04.2007 ביי דער Wayback Machine)
- מאנראו קנאי פרובירט שטערן די וואלן אין קרית יואל איבער די קרית יואל פובליק סקול וואס איז לויט געוויסע עבודה זרה. [13] (ארכיווירט 13.03.2007 ביי דער Wayback Machine)
- איבערוועגנדע געווינס פאר קרית יואל סקול דיסטריקט באאמטע, אין נעכטיגע וואלן. [14] (ארכיווירט 12.09.2015 ביי דער Wayback Machine)
- אמעריקאנער סטעיט דעפארטמענט פארשט אויב ארץ ישראל האט זיך באנוצט מיט אמעריקאנע באמבעס קעגן אפמאך. [15]
- חבר הכנסת הערט אויס און גלייבט פרוי וואס דערציילט רעיפ און באלעסטיגונג פון פרעזידענט משה קצב. [16]
- משה קצב באשולדיגט חבר הכנסת אין זיין דער שופט מיט אויספארשער צוזאמען. [17]
- קאנאדע: פרעמיער מיניסטער פאנגט אידישע שטימען אוועק פון די ליבעראלן מיט זיין פרא מדינת ישראל פאליסיס. [18]
- אידישע מאנאטליכע אויסגאבע מעלות קומט אויף מיט לייזונג איבער שדכנים פראבלעם וואס פלאגט די חסידישע גאס. [19]
- איטאליע: אידן פארדאמען צייטונג רעקלאמעס וואס פארגלייכט ציונות מיט נאציס. [20]
- ערשט מאל אין היסטאריע: כשרע אייז קרים טראק קורסירט ארום די חסידישע וויליאמסבורגער גאסן. [21]
- צוואה פון חוזה המדינה הערצל ווערט איינגעהאלטן נאך 50 יאר: זיינע קינדער'ס ביינער וועלן באגראבן ווערן אין ארץ ישראל. [22]
- היינט איז 77'סטער יארצייט פון קדושי חברון. [23]
- נייער בוך פון דוד אסף, וואס דערציילט נעגעטיווע היסטארישע פאקטן פון גדולי החסידות שווער צו באקומען, נאר פאר גרויס געלט. [24] (ארכיווירט 18.10.2006 ביי דער Wayback Machine)
- כולל אין טאראנטא מאכט מער רעליגיעז לאקאלע אידן און אידישקייט, מיטן אסרן לאנג יעריגער עירוב; חרם אויף ר' נתן סליפקין וויזיט; און פארבאטן פרויען צו זאמלען צדקה. [25]
- רוסלאנד: אידישער גאון אנערקענט פאר זיין שליכטונג אין מאטעמאטיק, זאגט אפ פרייז פון מיליאן דאלער און פון כבוד. [26]
- ר' אברהם פרידמאן רעדאקטאר פון די צייטונג נייעס באריכט קומט אויף מיט פשרה אין סאטמאר מחלוקת: ר' אהרן טייטלבוים רופט ער מהר"א מסאטמאר, און זיין ברודער ר' זלמן לייב טייטלבוים רופט ער מהרי"י מסאטמאר. [27] (ארכיווירט 29.09.2007 ביי דער Wayback Machine)
- וועטעראן הייד פארק שרייבער לאזט ארויס רומער: נייער יידישער חסידישער וואכן צייטונג גייט ערשיינען, צאמגעשטעלט פון די 2 חרדישע חודש זשורנאלן; די שטערן און צייטשריפט. [28] (ארכיווירט 24.05.2007 ביי דער Wayback Machine)
- פאקס פארכאפטע רעפארטערס רעדן אויף ווידיאו צום ערשטן מאל. [29]
מיטוואך כ"ט אב (אויגוסט 23)
רעדאַקטירן- דאס יאר טוען די לולב פרייזן טראסקענען צו א פערטל, נאכן סוסקסעפול אונטערברעכן לאנג יעריגער קארטל. [30]
- 2 טאראנטא אידן, שווער מיט איידעם, פארלוירן נאכן טרעפן זייער ליידיג שיף פארלאזט אינמיטן וואסער. [31]
- אבן הפינה געלייגט אויף שול וואס ווערט אויפגעשטעלט אין באבי יאר. [32]
- מאריסטאון ניו זערסי בחור פון לאקאלן חבד ישיבה טרינקט זיך אן, שלאגט גוים און לאזט זיך אראפ די הויזן פאר הונדערטע צושויער ווען פאליציי פרובירט אים ארעסטירן. [33] (ארכיווירט 28.09.2007 ביי דער Wayback Machine)
- קרוין הייטס שומרים ראטעוועט קליין קינד ביים פארכאפט ווערן זיך שפילענדיג מיט עלעקטאראנישער צוים. [34] (ארכיווירט 28.09.2007 ביי דער Wayback Machine)
- ריעל עסטעיט פרומע אידן זענען שווערע קאסטומערס פון סוחרים. [35]
- ר' אברהם פריד קומט ארויס מיט נייעם טעיפ. [36]
- בילדער פון טראגישער עקסידענט וואס האט אומגעברענגט טאטע פון קליוולאנד וואס איז געווען אויפן וועג צו באזוכן זיין זון אין די קעמפ, פובליצירט אין המודיע. [37]
- 1 טויט, מערערע פארוואונדעט נאכדעם וואס גולני צהל איינהייט טרעט ארויף אויף מינע. [38]
- זשעי. ענד. אר. עפענט פילאליע אין הארץ פון מאנהעטען אין קעלער פון מעיסיס אויף 34'סטער גאס. [39]
- זשאו ליבערמאן שטייט אייניג מיט זיין קעגענער אין די לעצטע אנקעטע. [40]
- ארץ ישראל קויפט 2 סובמארין'ס פון דייטשלאנד. [41]
- 10 אומגעקומען אויף ארץ ישראל באס וואס האט זיך איבערגעדרייט פיל מיט טוריסטן ביים בארג סיני. [42]
- 14 ארעסטירט ביים פראטעסטירן און בלאקירן אידישע צענטער אין סאן פראנסיסקא. [43]
- קרית יואל: היינט קומט פאר וואלן איבער קרית יואל פובליק סקול, צו סזאל בלייבן געדינגן פון וועד הקריה צו נישט. [44] (ארכיווירט 30.09.2007 ביי דער Wayback Machine)
מאנטיק כ"ז אב (אויגוסט 21)
רעדאַקטירן- היינט איז דער גרויסער יארצייט פון דעם אידישען הארץ אויסוואשער, ר' הערשעלע ספינקער זצ"ל. [45] (ארכיווירט 29.09.2007 ביי דער Wayback Machine)
- כינע: קאמוניסטישער רעגירונג בלאקריט אינטערנעט צוטריט צו וויקיפעדיע. [46] (ארכיווירט 21.08.2006 ביי דער Wayback Machine)
- חרדישער אינטערנעט געזעלשאפט, זשעי.נעט בלאקירט וויקיפעדיע. לויט איר אנפירער ר' זעליג ראזענטאל איז אזעלכע אינפארמאציע אויף וויקיפעדיע פארנאגראפיע. [47] (ארכיווירט 29.09.2007 ביי דער Wayback Machine)
- מאנהעטן: קאנצערט פאר צפת. [48]
- בארא פארק איז דאס מערסטע צושטיפטע געגענט, ווייל קיינער וויל נישט אוועק מופן. [49]
- חרדישער ריכטער צווינגט סכסוך פון וויזשניץ בני ברק שול אין וויליאמסבורג, צווישן ר' מענדעלע האגער און ר' ישראלטשע האגער, צו גיין צו דין תורה. [50]
- פאיע רב, פאטער פון ר' שלמה לייב וויינבערגער, האלט פייערדיגע דרשה פארן יארצייט פון ר' יואל טייטלבוים, קעגן דעם גבאי ר' עזריאל גליק הויפט פון סאטמאר חברה קדישא פארן באגראבן דעם ברך משה נעבן ויואל משה. וואס איז לויט אים א בזיון התורה און בזיון פאר אמת'ע סאטמאר חסידים וואס האבן נישט געהאלטן פון ברך משה. [51] (ארכיווירט 29.09.2007 ביי דער Wayback Machine)
- כ"ו אב, יארצייט פון ויואל משה אריבער רעלאטיוו רואיג און שטיל, טראץ ברודער קריג צווישען ר' זלמן לייב טייטלבוים און זיין ברודער ר' אהרן טייטלבוים. [52] (ארכיווירט 23.04.2007 ביי דער Wayback Machine)
- אהרונים האבן די אויבערהאנט אין בית החיים אין קרית יואל אין טאג פון יארצייט טראץ וואס אפעלאט ריכטער האבן אנולירט די דיד וואס האט געהאט געגעבן די האלבע בעלות פאר די אהרונים קהלה אין קרית יואל, נאך ווידער איבערשרייבן דאס גאנצע בעלות אויף א דריטן פריש געגרינדעטע אהרונישע געזעלשאפט, זאלונים זאגן אז דאס איז נאר צייטווייליג. [53] (ארכיווירט 01.03.2007 ביי דער Wayback Machine)
זונטאג כ"ו אב (אויגוסט 20)
רעדאַקטירן- חרדישער וועלט פייערט 27'סטע יארצייט פון אידישקייט בויער אין אמעריקע און אנטי-ציוניסטישער פירער. סאטמאר רבי ר' יואל טייטלבוים זצ"ל. [54] (ארכיווירט 29.09.2007 ביי דער Wayback Machine)
- וויקיפידיע וועב סייט גייט שלאפן פאר 2 און האלב שעה משך פון פרייטאג צוליב געפעכט פון אינטערנעט סערוויס פראוויידער מיט סערווער האוסטינג קאמפאני איבער איי.פי. אדרעסן. [55]
- מאכט געלט פון שרייבן אויף וויקיפעדיע: ביזנעס געפענט צו פלעיסן און באשרייבן אייער ביזנעס אויף וויקיפעדיע. [56]
- וואנדאליזם אויף וויקיפעדיע פון טעלעוויזשען בדחן: סטעפען קאלבארט אפגעשטעלט. [57]
- ארץ ישראל: געפעכט צווישן 2 ברודער ענדיגט זיך מיט שטעכעריי, זיך טענה'דיג איבער ווער עס איז א גרעסערע רב. [58] (ארכיווירט 28.09.2007 ביי דער Wayback Machine)
- ביירוט איז געבליבן מיט 40 אידן. [59]
- טעראריסט דערהארגעט נחל חרדי סאלדאט. [60]
- ארץ ישראל באשולדיגט אין ברעכען וואפן שטילשטאנד אין לבנון מיטן דורכפירן קאמאנדא אקציע צו שטערן וואפן שמאגל פון סיריע צו כיזבאלא. [61]
- פאליסטינער וואס האט געהארגעט איטאליענער גוי אין אלט שטאט ירושלים ארעסטירט. [62]
- וואטשט ווידיאו קליפ פון אנטיסעמיט און לינקער ליבעראלער פאליטיקער פון ענגלאנד זשארזש גאלאוועי ווי ער נעמט זיך אן פאר כיזבאלא קעגן ארץ ישראל. [63]
- וואטשט שאקירענדער אנטיסעמיטישער אנפאל אויף בחורים אין די קעטסקילס. [64]
- שבת: שאקירינדער טראגעדיע אין קרית יואל: איד טאטע פון 16 קינדער אוועק אינמיטן שבע ברכות פון קינד. [65]
פרייטאג כ"ד אב (אויגוסט 18)
רעדאַקטירן- מעל גיבסאן דערקלערט זיך שולדיג פאר דרייווען שיכור, ריכטער אורטיילט אים צו דריי יאר פראבעישאן און קליינעם געלט קנס. [66]
- קוויבאק נאצאנאליסט פארענטפערט זיין באטייליגונג אין א פראטעסט ווי חסידישע נטורי קרתא און פרא חיזבאלא פראטעסטירער האבן מארשירט מיט חיזבאלא פענער, "מיר האבן זיי ארויס געווארפן מערערע מאל, אבער זיי זענען צוריק געקומען". [67]
- נייע פאקטן אויפגעדעקט וועגן אנטיסעמיטישע פאגראמען אין ארמעניע בעפאר די צווייטע וועלט קריג, א פראפעסאר און היסטאריקער פארציילט אז מען האט אינדענטיפיצירט די נעמען פון 118 אידישע קורבנות. [68]
- צוויי ווייסע ראסיסטן, די אנטיסעמיטן און סופרעמיסטן דזשעקאב און גאבריאל לאסקי דערקלערן זיך שולדיג פארן שעדיגן אידישע פארמעגן, טיילווייז דורך אריין ווארפן שטיינער מיט אויפגעקריצטע האקענקרייץ אין א בית ישראל טעמפל אין ארעגאן אהייא. [69] (ארכיווירט 30.09.2007 ביי דער Wayback Machine)
- חרדישער בלאגער בר פחתי פון די מער קאנסערוואטיווע פוסטריט גייער פון קטלא קניא, איז צוריק מיט א נייעם בלאג נאך א לענגערע שטילקייט. [70]
- מער פונקטליכע דעטאלן איבער די ראלע פון איראן אינעם נאר וואס געענדיגטען ישראל לבנון קריזיס. לויט'ן באריכט, האבן העכסט געהיימע פירער פון איראן און כיזבאלא זיך געטראפן אין סיריע צווישן יולי 4 און יולי 11 און באשלאסן אנצוהייבן דעם געפעכט אין לבנון א טאג שפעטער. [71] (ארכיווירט 24.10.2006 ביי דער Wayback Machine)
- סאטמארע מחלוקה: אהרונים אין בני ברק דערקלערן מאראלישער זיג, נאך געציילטע וואכן וואס די זאליס אין בני ברק געווינען אן עיקול אין געריכט, שרייבט די ביד"צ פון די עדה החרדית אין ירושלים א בריוו ווי זיי באפעלן ביידע צדדים ארויסצונעמען דעם גאנצען סכסוך פון די רעגירונג געריכט ביורא'ן און זיך שטעלן ביי א זבל"א בי"ד ביז צוויי וואכן. [72]
- אויספארשער פילם פראדעצורער, מאכט טעלעוויזשאן סיריעס צו באשטעטיגן די אמת'דיגקייט פון די תורה אין שמות איבער די נאטורליכע נסים פון קריעת ים סוף און מכות מצרים פאר די אמעריקענע פאלק. [73]
- בארא פארק: קאונסילמאן ר' שמחה פעלדער מוחה קעגן קאלעגע דעמאקראטן פארן זאגן אז בוש האט געגאנבעט זיין פרעזידענטשאפט. [74] (ארכיווירט 30.10.2006 ביי דער Wayback Machine)
- זשאו ליבערמאן ווואקסט אין אנקעטע מיט 12 פונקטן העכער זיין קעגנער. [75]
דאנערשטאג כ"ג אב (אויגוסט 17)
רעדאַקטירן- שלום עליכם ר' שטריימל: חרדישער בלאגער פון וויליאמסבורג איז צוריק נאך א יאר שטיל שווייגעניש. [76]
- ווידאו קליפ וויאזוי רעד סאקס בעיס באל געווינס ווערט איינגעקעשט אלס טריאומפ קעגן מעל גיבסאן. [77]
- קאנאדע אידן שיקן אפ 8 אמבולאנסן קיין ארץ ישראל. [78]
- נדבה פון קינדער שפילצייג פון ר' מאיר כהנא אראפגעלייגט ביי דוב הייקינד'ס אפיס, כדי סזאל אפגעשיקט ווערן קיין ארץ ישראל שאפט באמבע פחד פאר שעות אין הארץ פון בארא פארק. [79] בילדער פון די סצענע
- נייער בוך: די ערשטע וועלט מלחמה איז געווען דער אנהייב פון די פארטילוגונג פון די אידן ביים צוויייטער וועלט מלחמה. [80]
- 2 חרדישע ריעל עסטעיט אינוועסטארס קויפן אפ ריזן פובליק סקול שטח אין מאנסי. [81] (ארכיווירט 30.09.2007 ביי דער Wayback Machine)
- מאנסי: העפטיגער קאמפיין אין דעמאקראט'ישער פריימערי צווישן 2 אידן צו ערזעצן רייען קארבן טרייבט ארויף גרויס געלט. [82] (ארכיווירט 30.09.2007 ביי דער Wayback Machine)
- אידישע היסטאריע אין אמעריקע בלאג פארשפארט. [83]
- קאווע ווייניגער ווי 5 גלעזלעך א טאג איז געזונט. [84]
- מערב ברעג: פאלעסטינער קאלעבערעיטאר קאלט בלוטיג הינריכטעט דורך ציושטע מאסן. [85]
- קרית יואל והגלילות: לאקאלער צייטונג די רעקארד מיט נייעם הערליכן וועב סייט. [86] (ארכיווירט 29.09.2007 ביי דער Wayback Machine)
- ווידיאו קליפ פון נטורי קרתא ספויקסמאן וואס רעדט פערפעקט אראביש אויף על זשאזירא: דוד סאלאח איז זיין אראבישע נאמען, חיים סופר איז זיין נאמען אין מאה שערים און זיין געבורט נאמען איז חיים מועלם. [87] (ארכיווירט 29.09.2007 ביי דער Wayback Machine)
- ברסלב: קינד געבוירן ויקרא שמו בישראל: "נ נח נחמ נחמן מאומן". [88] (ארכיווירט 29.09.2007 ביי דער Wayback Machine)
מיטוואך כ"ב אב (אויגוסט 16)
רעדאַקטירן- על שארפטאן ווארענט זשאו ליבערמאן קעגענער זאל נישט חנפענען די צענטער פאליטיק מיטן זיך דערווייטערן פון אים מיט זשעסי זשעקסאן. [89]
- זשעסע זשעקסאן וויל פארהאנדעלן מיט כיזבאלא צו מאכן ארעסטאנטען אויסטויש. [90]
- סטארבאקס הייבט אן פארקויפן כשר ליקער. [91]
- ביל קלינטאן רופט וועלט זיך צו מל'ענען. [92]
- ווידיאו פון צהל אויף די פראנט. [93] (ארכיווירט 29.09.2007 ביי דער Wayback Machine)
- צייטן בייטן זיך: חרדישע פרעסע איז שוין נאומאר קיין אידילאגיע עס איז שוין ריין ביזנעס. [94]
- סאטמאר זאלי ווידיאו קליפ: קווינס בחורים לאזן זיך וואולגיין אין קעמפ. [95]
- ערשטן טאג סאטמאר בחורים קעמפ ווידאו קליפ, מ'זעהט ר' אברהם ישעי' ווייס אויספאקן די קינדער. [96]
- קאליפארניע: פאליציי ארעסטירט 2 אידן וואס האבן אנגעפירט ריזן זנות האנדל פון איבער 240 זונות. [97]
- לונדון: הענדאן קהילה טיילט זיך אפ פון חרדישע קהילות פארבאנד, נאכדעם וואס זיי געבן איבער פערציג טויזענט פונט נדבה פאר נטורי קרתא. [98]
- קענסער: סייענטיסטן הייבן ערשט איצט צו באגרייפן דעם פראבלעם פון די ביטערע מחלה: א מיסטירישער פארצעס פון "מעטאסטאסיס". [99]
- פאליטיק: ווידיאו קליפ פון סענאט טעלעוויזשען עד וואס פארגעלכענט סכנה פון הילערי קלינטאן צו בין לאדין. [100] (ארכיווירט 30.08.2006 ביי דער Wayback Machine)
- כיזבאלא פירער דערהארגעט דורך צהל אויפן וועג ארויס פון לבנון. [101]
- באקענט זיך מיטן ערשטער פרומער אידישער סופער מאדעלקע. [102] (ארכיווירט 02.04.2007 ביי דער Wayback Machine)
- ארכיאלאגן אין נייעם בוך מאכן אוועק ים המלח מגילות שייכות צו אידן. [103]
דינסטאג כ"א אב (אויגוסט 15)
רעדאַקטירן- היינט איז יארצייט פון בעלזא רב, רבי אהרן רוקח. [104] (ארכיווירט 29.09.2007 ביי דער Wayback Machine)
- היינט איז יארצייט פון הרה"ק מבריסק, רבי חיים בריסקער. [105] (ארכיווירט 29.09.2007 ביי דער Wayback Machine)
- מוסלומענער שטייען אויס באזונדערע זיכערהייט איבערזיכט אין פליפעלדער [106] (ארכיווירט 15.08.2006 ביי דער Wayback Machine)
- ארץ ישראל: ערצייגט נייער כשר זשי פי עס. [107] (ארכיווירט 29.09.2007 ביי דער Wayback Machine)
- ערשטער מאל אין היסטאריע: פרעזידענט זשאדרדזש בוש שטיצט נישט זיין אייגענער פארטיי רעפובליקאנער סענאט קאנדידאט, כדי זשאו ליבערמאן זאל געווינען. [108]
- טראץ שווערע לבנון ישראל קריזיס האבן פרישע אידן, איבער 5,000 אין צאל נייע עולים אימיגרירט קיין ארץ ישראל. [109]
- סיריע'ס פירער אסאד געשטארקט מיטן אפשוואכונג פון צהל נאכן פייער אפשטעל, סטראשעט מיט געוואלד צוריק צו נעמען גולן. [110] (ארכיווירט 01.10.2007 ביי דער Wayback Machine)
- קעטסקילס: גראסעריס קעמפס און קאנטריס ליידן פון פראבלעמן מיט קארן בעקערי פון בארא פארק וואס איז דער איינציגסטער סופלייער פון ברויט און מזונות אהין. [111]
- וועב סייט פון סאטמאר פארכאפט דורך ציונים. איי פי אדרעס פירט צו מדינת ישראל וועב סייט. [112] (ארכיווירט 29.09.2007 ביי דער Wayback Machine)
- נייער וועב סייט געגרינדעט פאר אידישע זיכערהייט איבער די גארער וועלט. [113] (ארכיווירט 16.03.2007 ביי דער Wayback Machine)
- גרעסערע ברוסט אימפלענט ראטעוועט אידישע פרוי פון טויט דורך ראקעטן. [114]
מאנטאג כ' אב (אויגוסט 14)
רעדאַקטירן- פייער שטילשטאנד אריין אין קראפט 8 אזייגער אינדערפרי.
- כיזבאללא שיסט היינט ווידער 10 ראקעטן אויף דרום זייט פון לעבענאן ווו די סאלדאטן פון צה"ל זיינען פארזוימט.
- פאלאסטינער שיסן ראקעטן אויף אשקלון, 1 לייכט פארווונדעט.
- חברון: טאכטער פון חבד שליח טויט נאך פייער. [115] (ארכיווירט 16.09.2006 ביי דער Wayback Machine)
- אש התורה עפענט נייער וועב סייט אין שווערן מצב, צו ברענגן שמייכל'ן צו אידישע מיילער: זשולעריעס.קאם. [116]
- מאסן חתונה אפגעהאלטן געווארן אויף איינמאל פון אלע חתונות וואס איז בטל געווארן צוליב די רעגן פון מיסלס אויף צפון ארץ ישראל. [117]
- פאול נאך זשאו ליבערמאן פארלוסט געבט אים 5 פוינטס העכער זיין קעגנער אין די וואלן. [118] (ארכיווירט 05.11.2006 ביי דער Wayback Machine)
- ענגלאנד: נייער שטאפל אין פינסטערע זשיהאד: פרויען באנוצען זיך מיט זייער בעיבי אין זעלבסט מארד טעראר. [119]
- בילדער פון מלחמה: חרדים מאכן פרייליך צהל קעמפער. [120]
- בילדער פון מלחמה: כיזבאלא טעראריסט ווערט באהאנדעלט אין ארץ ישראל שפיטאל! [121]
- נייער בלאג פון איראן פרעזידענט [122] (ארכיווירט 03.10.2007 ביי דער Wayback Machine)
- ירושלים: חרדישער טעכענעלאגיע קאמפאני פארמעסט זיך קעגן גוגל, מיט א קלוגע זיך מאשין. [123]
זונטאג י"ט אב (אויגוסט 13)
רעדאַקטירן33'סטער טאג פון ישראל לבנון קריזיס
- FOX: סירייע ארגאניזירט זיך מיט געווער אויפן גרעניץ פון מדינת ישראל.
- צה"ל צושיסט 2 אעראפלאנען אָן קיין פליערס מיט אויספלאצענד וואס האבן געפלויגן צו ישראל'ס ריכטונג.
- כיזבאללא שיסט היינט 250 ראקעטן איבער צפון מדינת ישראל, איינער טויט און עטליכע פארווונדעטע.
- דייטשע קאמפאני קויפט אפ פערטל פרצענט פון הארץ (צייטונג) צייטונג. [124] (ארכיווירט 01.10.2007 ביי דער Wayback Machine)
- 24 צהל'ניקעס פאלן טויט אויפן שלאכט איבער שבת. [125]
- פארווארד מאכט איבער זייער וועב סייט סזאל זיין ווי א טאג צייטונג. [126]
- ווידיאו קליפ: צהל זינגט לכה דודי אויפן פראנט. [127]
- צדקה פון ענגלאנד קיין ארץ ישראל קומט אן מיט סוואסטיקא'ס. [128]
- פרומער אידישער הויפט דעמאקראט פון ניו יארק שעלי סילווער אנטזאגט זיך אפצוהאלטן פאנדרעיזער פאר פרומער אידישער סאנאטור זשאו ליבערמאן וואס די דעמאקראטן האבן ארויסגעוועלט. [129]
- סילווער ספרינגס ישיבה ווערט באשמוצט מיט מאכן שווערע געלטער פון פאליטישע קארופציע. [130]
- קטלא קניא באשרייבט זיין תשעה באב אין אלגעמיינער זשורנאל [131] (ארכיווירט 30.09.2007 ביי דער Wayback Machine)
- פרופייל פון העראישער צהל סאלדאט וואס איז אומגעקומען נעכטן, געזאגט פאר די עלטערן אז ער רוהט זיך אפ פון די וואונדען אבער ער איז צוריק אויפן פראנט. הקדוש יוסי אביטבאל הי"ד קומט פון א חרדישער שטוב. [132]
- קרית יואל וואוט אדורך צו מאכן וואודבערי פאר אייגן וויליזש צו בלאקירן חסידים וואוקס. [133]
שבת י"ח אב (אויגוסט 12)
רעדאַקטירן32'סטער טאג פון ישראל לבנון קריזיס
- כיזבאללא שיסט היינט 50 ראקעטן אויף צפון מדינת ישראל, עטליכע פארווונדעט.
- 25 יאר פון ערשטע IBM PC (יאהו ניוז)
31'סטער טאג פון ישראל לבנון קריזיס
- ערשטער מאל אין היסטאריע: הארץ צייטונג דעקט אויף מיט א לענגערן פרויפייל די אקטיוויטעטן און שאפן פון דעם ביז איצט באהאלטענעם עושר וואס שווענדערט הונדערטע מיליאנען יערליך צו בויען תורה אידישקייט איבער די גארער וועלט, קרן וואלפסאן.[134]
- כיזבאללא שיסט היינט ארום 120 ראקעטן איבער מדינת ישראל, עטליכע פארווונדעטע.
- נתני': נאך א חרדישער איד דערטראנקן אין ביטש, הרב חיים מנחם גודלמן זצ"ל געקומען פון בעלגיע אנטווערפן. [135] (ארכיווירט 27.09.2006 ביי דער Wayback Machine)
- אידישע גרופעס ווארענען זיך נישט צו באטייליגן אין רוסלאנד מעדאנע קאנצערט. [137]
- מאדערן ארטאדאקס איד עושר פון טינעק אנטלאפן נאך סטאק מארקעט שוינדל. [138]
- ווידיאו קליפ פון דייטשלאנד טעלוויזיע דאקומענטירט פונקטליך די פאלשער שפיל וויאזוי די וועלט פרעסע ווערט געפיטערט מיט אנטי- ארץ ישראל נייעס בילדער. [139]
- ווידיאו קליפ וואס ווייזט אויף אלע פאלטשקייטן פון די בילדער פון לבנון. [140] (ארכיווירט 21.10.2008 ביי דער Wayback Machine)
- 3'טער תלמוד קומט אפיר צו די פרעסע פארציילענדיג וויאזוי דער מלמד פון תורה תמימה האט אים סעקסואל באלעסטיגט. [141] (ארכיווירט 20.11.2006 ביי דער Wayback Machine)
- צהל גולני איינהייט, באפעלט פאר סאלדאטן אדער באהאלטן די ציצית אדער אריינגעשליידערט ווערן אין תפיסה. [142]
- ארץ ישראל: עלטערן באלעסטיקן סעקסואל זייער אינג קינד כדי ער זאל נישט אויסוואקסן קיין האומאוסעקסואל. [143] (ארכיווירט 25.02.2007 ביי דער Wayback Machine)
- בני ברק: שטאטס רב הרב משה יודא לייב לאנדא אסרט פאטעיטא'ס אין רעסטוראנטן צוליב ווערם. [144] (ארכיווירט 17.09.2006 ביי דער Wayback Machine)
- איבערקערענישען אין הצלה ישראל. [145] (ארכיווירט 27.08.2006 ביי דער Wayback Machine)
- קעטסקילס: באס פיל מיט באבוב קינדער אריינגעפארן אין טייך קיינער נישט ערענסט פארוואונדעט. [146] (ארכיווירט 30.09.2007 ביי דער Wayback Machine)
30'סטער טאג פון ישראל לבנון קריזיס
- די מלחמה איז ביים ענדע, פראנקרייך וועט שיקן סאלדאטן אין דרום לבנון.
- נקמה מוזיק ווידיאו: יאלא יא נאסאראלא... [147]
- די וואכקייט אין USA עראפלאנען פון טעראר אטאקע איז זייער הויך [148]
- כיזבאללא שיסט היינט 155 ראקעטן אויף צפון זייט ישראל, 2 אראבער טויט.
- ווידיא פון עצרת "מצעד הענווה" פון אמנון יצחק. [149] (ארכיווירט 10.02.2009 ביי דער Wayback Machine)
- היטלער האט געוואלט איבערשרייבן די תורה און ארויסנעמען יעדן זכר פון אידן דערפון. [150]
- עמאציאנאלע מוזיק ווידיאו: חזק חזק ונתחזק בעד עמינו ובעד ה' אלוקינו... [151]
- ענגלאנד פארמיידט געפאלנטע טעראר אטאקע צו באמבאדרין עראפלאנען אין די לופט. [152]
- חרדישער קאנאדישער מיליאנער ר' הערשי פרידמאן קויפט ריזיגן ריעל עסטעיט פריעקט אין תל אביב. [153]
- 15 צהל רזערוויסטן טויט נעכטן אין לבנון שלאכטן. [154]
- געריכט האלט בענק פאראנטווארטליך אויף דעיוויד שיק שווינדל, ווי חרדישער לויער האט באגאנבעט הונדערטע מיליאנען פון עשירים, אין פעלערדיגע עסקראו אקאונט אן ווארענונג פון באנק. [155]
- דאקטער און רב ר' אברהם טווערסקי באהאנדעלט אינטערנעט עדיקשאן קרענק. [156]
29'סטער טאג פון ישראל לבנון קריזיס
- 1,500 טויט אין די לעצטע מאנאט אין באגדאד פון טעראריסטן[157]
- 15 ישראלישע סאלדאטן טויט און עטליכע פארווונדעט ביים קאנפליקט אין לבנון.
- כיזבאללא שיסט היינט איבער 160 ראקעטן אויף ישראל, עטליכע פארווונדעטע.
- פרומער אידישער סענאטור, זשאו ליבערמאן פארלירט דעמאקראט פריימערי וואלן, צוליב זיין קאנסערוועטיוו פרא בוש און מלחמה פאליטיק. ערקלערט זיך אלס אינדעפענדעט קאנדידאט. [158]
- נייער צהל גענעראל. [159]
- ווענעזועלא פרעזידענט שאוועז פארגלעכענט ציונים צו נאציס. [160]
- עי. די. על. פארדאמט ליבעראלע טעלעוויזשן לץ, פארן נוצן נאצי סאלוט. [161] (ארכיווירט 17.04.2007 ביי דער Wayback Machine)
- ישיבה בחור דעטראנקן ביים ביטש אין פוירט אויסטראליע [162]
- נאך א בילד פון לבנון אונטער פראגע צייכן אלס פאלטש, דאסמאל פון עי פי [163]
- ישיבה אוניוועריסטעט וועב סייט געהעקט דורך אראבער [164] (ארכיווירט 22.02.2007 ביי דער Wayback Machine)
- וועטאראן וואשינגטאן פאוסט רעפארטער באשולדיגט מדינת ישראל אין דווקא נישט אטאקירן כיזבאלא מיסל לאונטשערס. [165]
- חרדישער פאטאגרפירער שוקי לערער געפאלן 3 מעטער ביי אמנון יצחק ענווה צוזאמקום. [166] (ארכיווירט 29.09.2007 ביי דער Wayback Machine)
- צהל פארכאפט כיזבאלא טעלוויזיע. [167]
- קאוסט גארד ערלויבט מאנסי חסיד צו דינען מיט זיין קאפל [168]
- אנטי-סעמיטקע סינטיע מעקיני פארלירט נאכאמאל וואלן. [169]
- לאנג יעריגער דעמאקראט פירער, לעני דעוויס, באשולדיגט ליבעראלען אלס האספולע מענטשן. [170]
- בילדער פון קרוין הייטס רויבעריי אפגעהאלטן דורך שומרים [171]
28'סטער טאג פון ישראל לבנון קריזיס
- כיזבאללא שיסט היינט 150 ראקעטן אויף ישראל, עטליכע פארווונדעטע.
- דער פוס סאלדאטן קארפוס "גבעתי בריגאדע" וועט פון איצט א טייל נעמען אין די קריג.
- 5 ישראלישע סאלדאטן טויט (מיט די 3 פון נעכטן ביי נאכט) און עטליכע פארווונדעט ביים קאנפליקט אין לבנון.
- 30 כיזבאללערער און 21 לעבענאנער טויט ביים קאנפליקט אין לבנון.
- קרית יואל: דאנערשטאג קומט פאר קריטישע וואלן פון וואודבערי גוי'שע שכנים זיך צו גרופירן אין א וויליזש קעגן דער אריינפלוס פון די חסידים. [172]
- איטאליע: כשר אפגעטיילטער בלויז פאר פרויען ביטש געפאלנט. [173]
- פרייע אידן פון מרץ פארטיי פלאנען פראטעסט קעגן ר' אמנון יצחק'ס ענווה מארטש. [174] (ארכיווירט 22.08.2006 ביי דער Wayback Machine)
- ווידיאו קליפ פון אמת ואמונה אויפירונג אין ביזנעס אסיפה אין בארא פארק. [175]
מאנטאג י"ג אב
רעדאַקטירן27'סטער טאג פון ישראל לבנון קריזיס
- 7:30 פארנאכט האט כיזבאללא געשיקט אן אעראפלאן אָן קיין פליער מיט אויספלאצענד צו צענטרום אויף ישראל. צה"ל האט דאס באמבאדירט איבער'ן ים. [176] (ארכיווירט 06.04.2007 ביי דער Wayback Machine)
- 4 ישראלישע סאלדאטן טויט און עטליכע פארווונדעטע ביים קאנפליקט אין לבנון. [177]
- לבנון'ס רעגירונג האט באשטעטיגט צו צעשפרייטן אירע סאלדאטן אויף דרום זייט לבנון. די כיזבאללא באשטעטיגן דאס.
- איבער 160 ראקעטן זענען געפאלן היינט אויף צפון ישראל, עטליכע פארווונדעטע. (זשעי פאוסט)
- 20 כיזבאללא מענטשען טויט (זשעי פאוסט)
- באמבע אין אידישע בלאגספערע: געהיימער אידענטיטעט פון פאפולערע בלאגער, - וואס באשמוצט מלמדים וואס טוען לויט אים סעקסואל באלעסטיקען תלמידים, - אויפגעדעקט אלס אפגעפארען אייניקל פון ר' שרגא פייוול מענדאלאוויטש. - נאכדעם וואס יאהו צייגט 2 אימעיל אדרעסן, איינס פון זיין אפענעם נאמען און דאס אנדערע פון זיין באהאלטן בלאג נאמען פון זעלבן איי פי אדרעס. (דער בלאג אנ-ארטאדאקס-זשו) -- (דער אויפדעקער און זיינע מאטיווען)
- פעליטאן לכבוד חמשה עשר באב, קטלא קניא שרייבט ארטיקל אין אלגעמיינער איבער שידוכים. [179] (ארכיווירט 30.09.2007 ביי דער Wayback Machine)
- גרויסע אלאסקע אויל פעלד פארמאכט (עי פי ניוז)
- איבער 400 ראקעטן געפאלן איבער די סוף וואך (הארץ)
- גוגל וועט ווארענען באנוצער וועגן שעדליכע וועב זייטליך (בי בי סי ניוז)
- קאמפיוטער העקערס געפונען אויס וועג ווי אזוי נאכצומאכן רעדיו טשיפ קארטלעך באוואוסט אלס RFID וואס מען נוצט היינט אין אידישע מקואות און פאר פאספארטן (יאהו ניוז)
- רמב"ם שפיטאל אין חיפה גייט אונטערערדיש (וויי נעט ניוז)
זונטאג י"ב אב
רעדאַקטירן- נאסראללא באהאלט זיך זייער. גרויסע געלעגנהייט אז ער וועט שיסן ראקעטן אויף תל אביב.
- עטיאָפּיע: 191 געהרגעטע פון א איבערשוועמונג.
- 3 אזייגער וועט כיזבאללא שיסן נאך 60 ראקעטן אויף צפון זייט פון ישראל.
- רויטערס איז מודה אין טוישן בילדער פון ישראל לעבענאן קרייס (ווי נעט נויז).
- איינע פון געכאפטע כיזבאללא איז געווען פארמישט אין פארכאפן מדינת ישראל סאלדאטן (זשעי פאוסט)
- רויטערס ארבייטער אויפגעזאגט צוליב טויט דראונג (וויי נעט ניוז).
שבת י"א אב
רעדאַקטירן- כיזבאללא שיסט היינט 194 ראקעטן אויף ישראל, 6 געהרגעטע און צענדליגע פארווונדעטע. - ישראל לעבענאן קרייס
- א ווידיא קליפ ווי עס פאלט א ראקעט אויף חיפה, ישראל. דריקט דאָ
פרייטאג י' אב
רעדאַקטירן- כיזבאללא שיסט צום ערשטנס ראקעטן אויף חדרה אין צענטרום ישראל.
- מדינת ישראל ארמיי באמבאדירט לבנון ראוד צו סיריע (ברייטבארט)
- רעפארם ראביי פון ניו זשערסי ווערט באשולדיגט אין גנבנען $100,000 (עי פי פי)
- איבער 70 ראקעטן פאלן אויף צפון ארץ ישראל אונטער א שעה (זשעי פאוסט)
- איראן יאגט זיך צוריק אנצופילען די געווער זאפאסן פאר כיזבאללא (ניו יארק סאן)
- ישראלישע מיליטער באהאגעלט כיזבאללא פאזיציעס אין לבנון (עי פי)
- טויזענטער איראקער מארשירן קעגן מדינת ישראל זונגענדיג: טויט צו ישראל. (עי פי)
דאנערשטאג ט' אב
רעדאַקטירן- כיזבאללא שיסט 160 ראקעטן אויף ישראל ביים ישראל לעבענאן קרייס, 8 געהרגעטע און צענדליגע פארווונדעטע.
- 3 סאלדאטן פון צה"ל געהרגעט און צענדליגע פארווונדעטע ביים ישראל לעבענאן קרייס.
- ספרינט שטעלט אפ כשר סעלפוין עדס פון וועד הרבנים נאך קאמפלעין פון מלחמה איבערלעבער. [184] (ארכיווירט 20.11.2006 ביי דער Wayback Machine) (די עדווערטייזמענט אין דער איד)
- דער בין הזמנים דילעמא פון חרדישע ישיבות: ספרדים מיט חסידים מבטל צוליב די מלחמה, ליטווישע נישט ווייל אלול אטמעספערע וועט געשעדיגט ווערן אן בין הזמנים. [185]
- ווידיאו קליפ פון העראוישע קאמאנדא צהל אקציע אויף שפיטאל טיעף אינמיטען לבנון צו זיכן געפאנגענע סאלדאטן. [187]
- חרדישער ריעל עסטעיט מאגנאט ר' ברוך זינגער קויפט אפ בלאקס אין וועסט סייד פאר ריזיגע וואלקן קראצער. [189] (ארכיווירט 16.10.2006 ביי דער Wayback Machine)
- אנאליז: דער טיפער צווישענשייד פון טאטע פרעזידענט בוש'ס שנאה צו ארץ ישראל און זיין זון פרעזידענט בוש איבער זיין ליבע פאר ארץ ישראל. [190]
מיטוואך ח' אב
רעדאַקטירן- אהוד אולמערט האט געשריבן רחמנות בריוו פארן ריכטער פון סאטמארן וויליאמסבורגן ארעסטירטען ר' נפתלי שלעזינגער. [191] (ארכיווירט 12.08.2007 ביי דער Wayback Machine)
- זשימי קארטער קריטיקירט מדינת ישראל פאליסי קעגן טעראר אז עס איז צו אגרעסיוו. [192]
- געריכט פסקענט אז ניו יארק טיימס מוז ארויסגעבן זייערע טעלעפאון רעקארדס ווער עס האט זיי געגעבן געהיימע סענסעוועטיווע שפיאנאזש אינפארמאציע. [194]
- מאנסי: זון פון ר' מעכל אבערלענדער מאכט נאך טאטען, פארמיידענדיג שטייער דורך ערקלערנדיג הויז אלס שול. [196] (ארכיווירט 28.02.2007 ביי דער Wayback Machine)
- זשאו ליבערמאן ווערט באקעמפט פון 2 שווארצע אנטי-סעמיטען: על שארפטאן מיט זשעסי זשעקסאן. [197]
- שווארצער אנטי-סעמיטישער קאנגרעס מיטגליד, סינטיע מעקיני קלאגט צייטונג פאר לשון הרע. [199] (ארכיווירט 30.09.2007 ביי דער Wayback Machine)
- וויזענטאל צענטער געבט הילף פאר געטראפענע אויףן פראנט אין צפון ארץ ישראל. [200]
דינסטאג ז' אב
רעדאַקטירן- אברהם פאקסמאן פון עי.די.על. וויל מ'זאל אנקלאגן מעל גיבסאן אין האסע פרברעך. [201]
- קריסטאפער היטשענס: מעל גיבסאן איז א קראנק ביז זיין לייידיגן בויך פון רעליגיעזע אידן האס. [202]
- דעיוויד קלינגהאפער: רדיפות פון עי.די.על. און אידישע געמיינדע קעגן מעל גיבסאן פארן מאכן פילם פעשאן אפ די קרייסט האט אים מעגליך געמאכט פאר אן אנטי-סעמיט. [203]
- עי.בי.סי. מבטל האלאקאוסט סעריע פון מעל גיבסאן. [204]
- כשר עסן האט אויפן אינגרידיענטס שרימפ [205]
- פראפעסער וואס האט געפארשט די תולדות דאווענען איז געשאטארבן. [206]
- בארא פארק: אסיפה פון ריכטער לויערס און ביזנעס וועלט אויפקלערן חסידים איבער ערליכקייט אין האנדל. [207]
- איזראעלי העכסטע געריכט ערלויבט אידן ארויפגיין אויפן הר הבית אין תשעה באב. [208]
- געריכט ערלויבט מאן וואס איז פאלטש באשולדיגט געווארן דורך אידישע עלטערן אז ער האט סעקסואל באלעסטיקט זייער קינד אין שול זיי צוריק צו קלאגן און פארעפנטליכען זייערע נעמען. [209]
- סיריע גרייט צו מיליטער קעגן ארץ ישראל [210]
- צה"ל פטור פון פאסטן דעם ט' באב [211]
- סאטמאר מחלוקת: געווינס פאר זאליס אין בני ברק, ריכטער פארארדענט א צייטווייליגער עיקול קעגן די ארטיגע אהרונישע פירערס, ווילאנג עס ווערט נישט קלארגעשטעלט די לעגיטימע אייגענטימערשאפט. [212]
- נטורי קרתא וועבזייט ווערט פארכאפט דורך סימפאטיקער פין מדינת ישראל.[213]
מאנטיג ו' אב
רעדאַקטירן- קבר פון אר"י הקדוש גענצליך פארלאזט אין טאג פון יארצייט צוליב סכנה פון ראקעטן וואס פליען אויף צפת. [214]
- זון פון ארעסטירטער אידישער ריעל עסטעיט מאגעל, קויפט אפ ניו יארק צייטונג: ניו יארק אבזערווער [215]
- ניו יארק טיימס אינדארסירט זשאו ליבערמאן'ס קעגענער צוליב דעם וואס ער איז צו נאנט מיט פרעזידענט בוש און שטיצט זיינע מלחמה פאליסיס. [216]
- ביד"ץ עדה החרדית קומט ארויס מיט איסור אויף ספר הגאון ווייל עס דאקומענטירט עבירות פון גדולי החסידות פארוואס די גר"א האט זיי מחרים געווען. און דאס שאפט סכנה פאר ליינער אראפצופארן פון אידישן וועג אינגאנצן. [217] (ארכיווירט 29.09.2007 ביי דער Wayback Machine)
- בילדער פארענפענטליכט וויאזוי חיזבאלא נוצט ציווילע אלס שוץ. [218]
- חשובער גאר אלטער ברסלב חסיד און משפיע, ר' מעכל דארפמאן נפטר געווארן. [219] (ארכיווירט 29.09.2007 ביי דער Wayback Machine)
- שוידערליכע דעטאלן וויאזוי אן ארטאדאקסישער רעליגיעזער איד האט גענוצט זיין פרומקייט ארויסצוגנבענען הונדערטער מיליאנען דאלער פון אומצאליגע מענטשען, דורכאויס יארן. [220]
- צה"ל פארעפענטליכט ווידעא קליפ וויאזוי טאקס מיט מיסל לאונטשערס באהאלטן זיך אין ציווילע געגענטער. [221]
- זשעי. נעט ברעכט זיך זיי האבן צוריק געעפנט וויקיפעדיע.
- שמחת בית בעלזא. געבוירן געווארן אן אייניקל ביים בעלזער רב, א טאכטער ביי הרב אהרן מרדכי רוקח שליט"א.[222]
- טראגישער אקצידענט אין קעסטקילס. חשובער אינגערמאן פון קליוולאנד, טאטע פון 12 יתומים, אומגעקומען אין וואודבוירן. [223]
- נייער אידישער געגנט אין ניו יארק: סקרענטאן, דעילי ניוז באריכטעט אז 15 נייטרא אינגעלייט וואס וואוינען איצט אין וויליאמסבורג און בארא פארק האבן שוין אונטערגעשריבן קאנטראקט אויף נייע דירות. ריזן בנין פאר מוסדות שוין אפגעקויפט דורך נדבורנה רבי. [224]
- בני ברק: ארעסטירט אינגערמאן וואס איז געווען מדריך אין ישיבה דארמיטארי פארן סעקסואל באלעסטיקן תלמיד. [225]
- אידן אין אינדיע ברויזן אויף נייעם רעסטאראן מיטן נאמען היטלער. [226]
- צה"ל שיסט אויף טויט 3 כיזבאלא קעמפער. [227]
- ארץ ישראל: פאליציי פירט דורך איבערנאכט אבאלאווע אויף פרעזידענט'ס הויז קאנפיסקירענדיג קאמפיוטער און דאקומענטן, אין זייער סעקס סקאנדאל אויספארשונג אויף אים. [228]
- ישיבה וועלט: אמעריקאנער בחורים וואס רופן אהיים פון ארץ ישראל ישיבות דורך וואוס אווער איי פי ליידן צרות פון בזק. [229]
- זון פון געווזענער אמעריקאנער ליבעראלער אנטיסעמיטישער פרעזידענט זשימי קארטער זאגט זיך אפ פון טאטענס האסליכער אנטי-אידישער פאליסי קעגן ארץ ישראל. [230]
- מאסקווע: 10 טויט, און צענדליגע פארוואונדעט פון טעראר באמבע אין אידישע מארקעט. [231]
- אנאליז: דער בליק ראסיסטיש. [232]
- אהרונים קרוינען פארמאל ר' מענדעלע טייטלבוים אלס זייער רב אין וויליאמסבורג, און ר' משה פרידמאן, איידעם פון ר' יחזקאל ראטה אלס זייער דיין אין בארא פארק. [233]
- הרב אמנון יצחק דערלייגט ווידער אין געריכט קלאגע קעגן פרומער איד. [234]
- גאווערנער קאנדידאט און אטוירני זשענעראל עליאט ספיצער פארשט אויס חרדישן ריעל עסטעיט דוועלאופער ר' ישעי' בוימלגרין. [235] (ארכיווירט 11.11.2006 ביי דער Wayback Machine)
- רוסישער שול וואנדאל ארויס אויף די פריי. [236]
- לעיקוואד: ראסע קעיס פון שווארצן איגענטליכען קעגן חרדישן איד אפגעשטיפט. [237]
- ברוקלין: ביזנעסמאן אנגעקלאגט פארן בראדקעסטן טעראריסטישע חיזבאלא טעלעוויזיע אין לאקאלע היימן. [238]
- ר' דניאל לאפין קריטיקירט עי די על פארן פארדאמן קריסטליכע גלח וואס זאגט אז היטלער איז געווארן באיינפלוסט פון די עוועלאציע טעאריע. [239]
- ר' מרדכי טענדלער פייט צוריק: ער קלאגט אין געריכט פרוי וואס באשולדיגט אים אין איר סעקסואל באלעסטיקן. [240]
- בארא פארק: גדעון באש קעיס קעגן פאליציי געדראפט דורך מאמע, זאגענדיג אז זי דארף נישט קיין געלט נאר יושר. [241]
- ברוקלין ריכטער פארבאט ארונים זיך רופן קהל יטב לב אויף צייטווייליג. [242] (ארכיווירט 29.09.2007 ביי דער Wayback Machine)
- אראבער רופן אויסצופארשן חרדישען עולם החסידות מאגאזין, פארן פארשפרייטן ראסיזם. [243]
- זשוס פאר זשיסעס פייטן צוריק זשעקי מעיסאן. [244]
- על סאלוואדאר רוקט עמבעסי פון ירושלים קיין תל אביב. [245] (ארכיווירט 01.10.2007 ביי דער Wayback Machine)
- מאנסי: דעמאקראט פרוי פארבלייבט אויף אינדעפענדס ליניע. [246] (ארכיווירט 30.09.2007 ביי דער Wayback Machine)
- ספרי תורה גערעטעוועט פון העליש פייער וואס פארניכטעט קאנסערוועטיוו שול אין ניו זערסי. [247]
- בעיס באל: אידן אטעמען אפ מיט כבוד און שטאלץ נאכעדם וואס די מעטס נעמן אויף אידישען געלונגענעם סםארטלער: זשאן גרין. [248]
- ראסיזם אין ירושלים: ספרדישע חרדישע פאטער שטארבט פון הארץ אטאקע נאכן הערן אז מען נעמט נישט אן זיין טאכטער אין סעמינאר. איבער 400 עלטערן גיין דורך די זעלבע צרה. [249]
- נייע טעכנאלאגיע: קאמערע פאטאגראפירט אונטער די בגדים. [250] (ארכיווירט 02.09.2006 ביי דער Wayback Machine)
מאנטיק ד' אלול (אויגוסט 28)
רעדאַקטירן- סאטמארער מחלוקה: ר' זלמן לייב טייטלבוים אין קרית יואל רופט זיינע חסידים אריינשטעלן די קינדער אין זיינע שפלינטער מוסדות, וואס האט זיך אפגעטיילט פון די אפיציעלע מוסדות פאר צוויי יאר צוריק. [251] (ארכיווירט 12.09.2015 ביי דער Wayback Machine)
- ראסיזם ארטיקל פון חרדישן מאגאזין עולם החסידות העצט אויף אראבער ענטפערט אז זיי קוואטירן נאר פון די תורה. [252]
- ר' יהושע פולק, ליטווישער אגודה סגן ראש העיר פון ירושלים באזוכט אין ניו יארק ווערט אויפגענומען ווארם דורך מייק בלומבערג און פיל אידישע עשירים. [253]
- טאראנטא טראגעדיע: 1 קערפער פון דעם שווער ר' חנוך מאנדאראוויץ ז"ל אפגעפונען, איידעם זון פון ר' יענקל הורוויץ פון מאנסי, און הויפט פון דארטיגע הצלה ווערט נאך געזוכט. [254]
- מחלוקת אין הצלה אין ארץ ישראל ר' דוקי גרינוואלד קאנפעסקירט אלע מאטארביציקלן און קארן פון וועטעראן וואלענטורן וואס האבן אנטייל גענומען אינעם אויפשטאנד קעגן אים. [255]
- צהל שיסט אויף פארדעכטיגקטן קאר פארוואונדענדיג 5 רויטערס רפארטערס. [256]
- פאקס טעלעוויזשען רעפורטער'ס באפרייט נאך 2 וואכן געפעגעניש. [257]
- מ'שאצט שאדן פון לבנון ישראל קריזיס 12,000 בילדינגס געכאפט ראקעטן. [258]
- נייע ישיבה געפענט אין תל אביב, מ'לערנט גמרא און הלכה אבער איז פריי. [259]
- באמבעס אין טערקיי פארוואונדעט 27 בריטישע. [260]
- אידישע בלאגער חסיד הארעטיק שילדערט די ציטער פון חרדים צו הונט. [261] (ארכיווירט 15.09.2011 ביי דער Wayback Machine)
- הערט אויסצוגען פון ניגונים פון ר' אברהם פריד'ס נייע קאסעטע. [262]
- חרדישע טאטע וואס ווערט באשולדיגט דורך די ציונים און מערדערן אייגן קינד, רעדט די ערשט אמל צו די פרייע פרעסע. אינטערוויאו אין ידיעות אחרונות. [263] (ארכיווירט 29.09.2007 ביי דער Wayback Machine)
- צוויי יאר טורמע פאר אטאקירער פון פוילישן הויפט רב. [264]
- ספרינג וואלי דינגט אדוואקאט באדינונגען פון פרומע לאקאלע אסעמבלימאן רייען קארבן וואס האט רעזעגנירט אין שאנדע צוליב געי סעקס באלעסטיגונג סקאנדאל. [265] (ארכיווירט 27.09.2007 ביי דער Wayback Machine)
- ווידעא קליפ פון ר' אברהם פריד'ס נייעם אלבאם. [266]
- אייניקל פון געוועזענער צווייטער וועלט קריג אמעריקאנער פרעזידענט פרענקלין דעלווער רוזעוועלט איז א איד און דינט אלס ראביי. [267]
- פעדעפייל אין בני ברק?: אינגערמאן איז זיך מודה און באשולדיגט זיך אז ער האט סעקסואל באלעסטיגט איבער 300 קינדער קרבנות, נאכדעם וואס מאמע פון קינד אויף באס פארמסורט אים. פאליציי גלייבט אים נישט. [269]
- קאנעטיקעט: געוועזענער רב און עדיקשאן עקספערט פאר רעגירונג ארעסטירט נאכדעם וואס ווייב טרעפט אינטערנעט קינדער פארנאגראפיע אין זיין באזיץ. [270]
- ר' אייזיק דייטש פרעזידענט פון באבוב - צד ר' מרדכי דוד אונגער לייגט אראפ 15 מיליאן דאלער אפצוקויפן באלקאני אין בארא פארק, פאר ישיבה געביידע. [274]
- באבוב: ר' מרדכי דוד אונגער פארוויילט אויף וואקאציע אין די טייערע העמפטאן'ס רעזארט געגנט אין לאנג איילענד. (בילדער)
- קרית יואל וואסער קריזיס כמעט געשליכטעט: גרויסער זאלי שטיצער, און לאקאלער ריעל עסטעיט דעוועלאופער: ר' יחזקאל בראך פארקויפט פאר וויליזש שטח צו בויען וואסער טורעמעס. [275]
- איראן פרעזידענט אכאמדיניזשאד וויל דעבאטע מיט פרעזידענט זשארדזש דאבעליו בוש. [276]
- בילדער פון זוכונגען נאך טאראנטא פארלוירענער אינגערמאן ווארשיינליך דערטרונקען, גייט אן אין פולן שוואנג, דורך ר' אייזיק לידער פון זקא יועסעי. [277]
- אידן געווארענט נישט צו גיין צו סיני. [278]
- 200 משפחות קלאגן פראנקרייך באן באעהרדע פארן דעפאטירן זייערע פאמיליע מיטגלידער קיין אוישוויץ. [279]
- התגרות באומות?: אנקעטע צייגט אז 42 פראצענט פון אמעריקאנע גוים גלויבן אז ארץ ישראל איז געגעבן געווארן במתנה פון גאט צו די אידן. [280]
- מאנסי: איינגעטומער פון מאנסי האום צווינגן אלע איינוואונער צו שטימן פאר דעמאקראטן. [281]
- נפלאות הבורא מאגאזין: נעשינאל זשיאגראפיק קומט ארויס מיט ספעציעל אויסגאבע פאר חרדים, איגנארירענדיג צניעות און עוועלאושען טעמע'ס. [282]
- הרב פינטא מיט זיינע חסידים פארן צום ציון פו פלא יועץ. [283]
- בחור ארעסטירט אין פארט לאדערדעיל נאכן פארשפעטיגן פליגער און דאס אפהאלטן מיט אריינרופן אז עס איז דא א באמבע דעראויף, ווילנדיג זיך ארויפכאפן דערויף. [284]
- לעבאנעזער טעלעוויזיע סטאנציע שפילט - קיינמאל בעפאר נישט געזען - ווידעא קליפס פונעם פארלוירענעם מדינת ישראל סאלדאט רון ארד. [285]
- היינט לויפט אפ אולטימאטום פאר איראן אפצושטעלן זייערע נוקלעארע פלענער, איראנער פרעזידענט אכמאדינעדזשאד איז אבער אנטשלאסן נישט נאכצוגעבן, אלץ רעזולטאט גרייטן זיך די וועלט מאכטן ארויפצושטעלן אויף איראן שטרענגע סאנקציעס. [286]
- אידישער ליבעראלער פראפעסאר נארמאן פינקלשטיין שאפט שטורעם מיט זיין נטורי קרתא סטייל אנטי ציוניזם באמערקונג ווי ער אינדענטיפיצירט זיך מיט חיזבאללה. [287]
- אידישע לייפגארד'ס (לעבן שווים היטער) פון דזשאונס ביעטש לאנג איילאנד באקלאגן זיך אויף אנטיסעמיטישע דיסקרימינאציע און ראסיזם. [288]
- חרדישע פרוי אין ירושלים באגייט זעלבסטמארד ל"ע, נאכדעם וואס עס ווערט איר נמאס דאס לעבן פון ווארטן צען יאר אויף א גט. [289]
- פעטש פליען אין בריטאניע'ס הויז פון לארדן: א 78 יעריגער אידישער מיטגלידער כאפט שלעק פון א צווייטן 82 יעריגער פארלאמענט מיטגלידער, נאכ'ן זיך ארום רייסן וועגן דעם ישראל לבנון קריזיס. [290]
- אידישער אקטיוויסט דזשעק ראזען טרעפט זיך מיט'ן פרעזידענט פון פאקיסטאן פערוועז מושאראף, צו ווייזן אז אידן מיט אראבער קענען זיך דורכקומען. [291]
- אידן אין דייטשלאנד באקלאגן זיך קעגן א קאבינעט מיניסטער פון קאנצלער אנגעלא מערקל, לויט דארטיגע אידן, איז היינט דער גייסט אויף דער גאס געשטימט קעגן ישראל און אידן. [292]
- דיעל ישיבה שלאגט אפ באנק פארקלויזשער. [293]
- וויליאמסבורג סאטמאר זאלי עסקן, ר' שלמה זלמן סאנדער נפטר געווארן. [294]
- לאנדאן אידענטום אויפגעטרייסעלט, נאכדעם וואס רייזענדע אויף בוס קוקן זיך צו מיט קאלט בלוטיגקייט אויף אנטיסעמיטשער אטאקע אויף יידיש מיידל. [295]