לדלג לתוכן

ריינלאנד-פאלץ

פֿון װיקיפּעדיע
ווערסיע פון 12:44, 10 יולי 2023 דורך פוילישער (שמועס | בײַשטײַערונגען) (געאגראפיע)
(אונטערשייד) → פֿריִערדיקע ענדערונג | איצטיגע ווערסיע (אונטערשייד) | שפעטערדיקע ענדערונג ← (אונטערשייד)

ריינלאַנד-פֿאַלץ (דײַטש: Rheinland-Pfalz) איז איינע פון די 16 לענדער אין דייטשלאנד. זיין שטח איז 19,847 קוואדראט ק"מ (דאס ניינטע גרעסטע לאנד אין דייטשלאנד); לויט זיין באפעלקערונג איז עס דאס זיבעטע מיט בערך פיר מיליאן איינוואוינער.

די הויפטשטאט און גרעסטע שטאט איז מיינץ. אויך איז דער שטאט ווארמס (ווירמייזא) אין ריינלאנד-פאלץ.

צוזאמן מיט העסע, איז ריינלאנד־פאלץ דאס מערסט באוואלדערטע לאנד אין דייטשלאנד, מיט 42% פון זיין שטח באדעקט מיט וועלדער. די הויפט טייכן זענען דער ריין און דער מאזעל. אינעם אייפֿל געגנט זענען עטלעכע וואולקאן־אזערעס, די גרעסטע פון זיי איז די לאַכער אזערע.