סעגעד
|
סעגעד (אונגאַריש: Szeged; דײַטש: Szegedin; רומעניש: Seghedin; קראאטיש: Segedin; סערביש: Segedin, Сегедин) איז די דריטע גרעסטע שטאט אין אונגארן (נאך בודאפעשט און דעברעצין), די גרעסטע שטאט און דער געביט־צענטער פונעם דרום גרויסן פלוין און די קאנטשטאט פון טשאנגראד. דער אוניווערסיטעט פון סעגעד איז איינער פון די חשובסטע אוניווערסיטעטן אין אונגארן. סעגעד באדעקט א שטח פון 280.84 קוואדראט ק"מ, און האט א באפעלקערונג פון 170,052 מענטשן (2012).
געאגראפיע
רעדאַקטירןסעגעד ליגט נישט ווייט פונעם דרום גרענעץ פון אונגארן, אויף ביידע ברעגן פונעם טייס ביים מויל פונעם מאראש טייך.
דער קלימאט איז קאלט אין ווינטער, ווארעם אין זומער, מיט ווייניג רעגן. די זון שיינט א סך שעה'ן אין יאר, דעריבער רויפט מען סעגעד "די שטאט פון זון".
יידן און יידישקייט
רעדאַקטירןכמעט די גאנצע יידישע געמיינדע פון סעגעד איז אומגעקומען ביי דער חורבן אייראפע.
בארימטע מענטשן פון סעגעד
רעדאַקטירן- רביצין אסתר יונגרייז