לדלג לתוכן

ביטקוין

פֿון װיקיפּעדיע
ווערסיע פון 18:47, 2 מײַ 2019 דורך לאג רעיל (שמועס | בײַשטײַערונגען)
(אונטערשייד) → פֿריִערדיקע ענדערונג | איצטיגע ווערסיע (אונטערשייד) | שפעטערדיקע ענדערונג ← (אונטערשייד)

ביטקוין (ענגליש: Bitcoin) איז אן עלעקטאראנישע וואלוטע וואס קען ווערן געשיקט דירעקט פון איינעם צום צווייטן, אן דורכגיין קיין שום פינאנציעלע אינסטיטוציע.

דער ערפינדער פון ביטקוין איז סעטאשי נעקאמאטא, וואס האט זיך צוגעקוקט צו דער וועלטס פארגעשריטענקייט, און געזען ווי אלעס לויפט אויטאמאטיש, און ווי כמעט ניינציג פראצענט פון אלע געלט פון דער וועלט לויפט אין נומערן אויפן קאמפיוטער נישט אין באנקנאטן, אבער צו דעם קומט צו אז מען דארף האבן א קאמפעני אינדערמיט, וואס פארמאגט עטליכע פראבלעמען.

1) אז דו דארפסט זיי געטרויען אז זיי וועלן טאקע אראפרעכענען געלט פון דיין קאנטע און אריינלייגן אין יענעם'ס.

2) אז קיין שום טרענזאקציע איז נישט אומצוריקדרייבאר וואס דעס מאכט אז קאמפעניס דארפן בעטן מער געלט זיי זאלן קענען אריינשלינגען די פארלוסט ווען איינער קענסעלט זיין צאלונג.

3) אז מען דארף זיי צאלן פאר א יעדע טראנזאקציע.

4) מען קען נישט מאכן קליינע טראנזאקציעס, ווייל עס לוינט זיך נישט.

איז ער אויפגעקומען מיט א געדאנק וויאזוי מען קען האנדלען דירעקט פון איין מענטש צום צווייטן אן קיינעם אינדערמיט. און 31סטן אקטאבער 2008 האט ער דאס ארומגעשיקט פאר געלונגענע מענטשן זאלן דאס איבערקוקן.

1) ערשטנס גייט מען פארדינען אז מען דארף נישט צוקומען צו איינעם אינדערמיט וואס דו מיזט אים געטרויען, ווייל דא איז א יעדער בעלעבאס.

2) נאכדעם גייט מען פארדינען אז מען גייט נישט דארפן צאלן אזויפיל געלט פאר א יעדע טראנזאקציע.

3) טרענזעקשאנס וועלן נישט נעמען אזוי לאנג עס זאל דורכגיין.