לדלג לתוכן

באר, אוקראינע

פֿון װיקיפּעדיע
באר, אוקראינע
Бар
מדינה / טעריטאָריע אוקראינע
גרינדונג דאַטע 1401
קאָאָרדינאַטן 49°04′30″N 27°40′34″E / 49.07500°N 27.67611°E / 49.07500; 27.67611קאארדינאטן: 49°04′30″N 27°40′34″E / 49.07500°N 27.67611°E / 49.07500; 27.67611
אבלאסט וויניצע
ראַיאָן באר ראיאן
בירגערמייסטער ארטור צירצורסקי
שטח 5.95 קוואדראט ק"מ
הייך 362 מעטער

 ‑ אין שטאָט
 ‑ באַפעלקערונג ענגקײט

15,000‏  (שטייענדיג 2023)
2,890 באוואוינער א ק"מ2
צײַט זאָנע UTC+2
bar-city.com.ua

באַר (אוקראיניש: Бар; רוסיש: Бар; פּויליש: Bar; לאטייניש: Barium) איז א שטאָט אין דער וויניצער גובערניע, צענטראל-אוקראינע אויף די ברעגן פונעם ריוו, א בייטייך פונעם דרום בוג. די שטאט געפינט זיך אומגעפער 200 ק״מ דרום־מערב פון קיעוו, און 63 ק״מ מערב פון וויניצע.

באר איז די אדמיניסטראציע שטאט פון באר ראיאן, אינעם היסטארישן געגנט פאדאליע.

די שטאָט איז געווען א האנדל ארט מיטן נאמען ראוו אין 1401, אין דער גרויס-הערצאגשאפט פון ליטע. אין 1537 האט די פוילישע מלכה באנא ספארזא געגעבן די זידלונג א ניים נאמען ״באר״ נאך איר היימשטאט בארי אין איטאליע. פון 1569 ביז 1793 איז די שטאט געווען א טייל פון פוילן. די קאזאקן האבן איינגענומען די פעסטונג אין 1648. אין 1672 האט די אטאמאנישער אימפעריע איינגענומען באר וואס איז געווארן די זיץ פון דער לאקאלע אדמיניסטראציע. פון 1686 ביז 1699 זענען געווען אין באר כסדרדיקע שלאכטן צווישן די פאלאקן און די טערקן ביז די פאלאקן האבן געזיגט אין 1699.

ביי דער צוויטער טיילונג פון פוילן איז באר געווארן א טייל פון דער פאדאליער גובערניע, רוסלענדישע אימפעריע.


יידישע היסטאריע פון וויניצע

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

יידן האבן זיך באזעצט אין באר אין 1542. ווען די קאזאקן האבן איינגענומען די שטאט אין 1648, אלע יידן וואס האבן נישט געזדאנזשעט אנטלויפן פון דער שטאט (בערך 2000) האבן זיי געמארדעט.

אין 1900 האבן געוואוינט אין באר 5,773 אידן.[1]

אין 1989 זענען געבליבן אין באר נאר 367 יידן.


וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: באר, אוקראינע