לדלג לתוכן

הימל

פֿון װיקיפּעדיע
דער הימל, דאס בילד געכאפט פון אן עראפלאן. דא זעט מען אז דער הימל האט פארשיידענע קאלירן

דער הימל איז דער טייל פון דער אטמאספער וואס מען קען זען פון דער ערד אדער פון אן אנדער אסטראנאמישן קערפער. ביי טאג זעט אויס דער הימל פון דער ערד גאנץ בלוי, אבער אין אמת'ן איז דאס ווייל דער לופט טוט צעווארפן דאס ליכט פון דער זון. [1] ביינאכט זעט אויס דער הימל שווארץ באשפרענקלט מיט שטערן.

בייטאג, ווען נאר דער הימל איז נישט איבערגעוואלקנט זעט מען די זון, און אמאל אויך די לבנה. ביינאכט זעט מען אין דעם הימל די לבנה, פלאנעטן און שטערן.

אנדערער פענאמענען וואס מען זעט אמאל אין דעם הימל זענען וואלקענעס, רעגנבויגן און דאס צפון ליכט.