לדלג לתוכן

הינטערגראבער

פֿון װיקיפּעדיע
אַ JCB 3CX הינטערגראָבער

אַ הינטערגראָבער אדער גראָבער-לאָדער (ענגליש: Backhoe loader) איז אַ שווערע מאַשין וואס שליסט איין אַ טראַקטאָר-ענלעכע אָפּטיילונג מיט אַ לאָדער-ענלעכע לאָפּעטע אין דער פֿאָדערטייל און אַ רידל אויפֿן הינטערטייל. צוליב זייערע (רעלאַטיוו) קליינע גרייס און פֿארשידענע נוצן זענען הינטערגראָבערס זייער גאַנגבאַר אין שטאָטישע אינזשעניריע און קליינע קאָנסטרוקציע פּראָיעקטן (ווי אַ קליינעם הויז, געהאַלטער פֿון שטאָטישע טראַקטן, אאַז"וו), און אויך אין אויסוואַקסנדיקע מדינות. דאָס סאָרט מאַשין איז ענלעך מיט און איז אַנטוויקלט געוואָרן פֿון וואָס מען רופֿט היינט אַ TLB ‏(Tractor-Loader-Backhoe), וועלכער איז אַ לאַנדווירטשאַפֿט טראַקטאָר אויסגעשטייַערט מיט אַ פֿראָנט לאָדער און אַ הינטער רידל.

דער הינטערגראָבער איז ערפֿינדעט געוואָרן אין דעם פאראייניגטן קעניגרייך אין 1953 דורך דזשאָזעף סיריל באַמפֿאָרד (ענ'), דער באַגרינדער פֿון JCB.

וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: הינטערגראָבערס