נירעדהאז
|
נירעדהאז (אונגאַריש: Nyíregyháza) איז א שטאט אין דעם ניר געביט אין צפון-מזרח אונגארן און די הויפטשטאט פון דער סאבאלטש-סאטמאר-בערעג מעדזשע. די שטאט האט א באפעלקערונג פון 118,000. נירעדהאז געפינט זיך אין אן אפשטאנד פון 16 ק"מ צפון פון ראצפערט. נירעדהאז ווערט ערשט דערמאנט אין 1209, אלס "ניר".
דער לעצטער רב דארטן איז געווען הרב שלום וויעדער הי"ד
ווי אויך האט דער וויטקער רב אין די לעצטע יארן פאר דעם קריג געפירט דארטן זיין ישיבה, צוליב דעם וואס אין וויטקא איז נישט געווען קיין מקוה נאר מען האט געדארפט גיין צום דערנעבענדיגן דארף און כידוע אז ער פלעגט אסאך גיין אין מקוה זיך טובל'ן.
עס האבן געוואוינט אין נירעדהאז פאר דער צווייטער וועלט קריג ארום 400-500 ארטאדאקסישע משפחות און ארום 15,000 נעאלאגן אויך איז די שטאט נאנט צו האטהאז, ווי עס איז געווען דארטן רב הרב עזריאל יהודא לעבאוויטש זצ"ל שפעטער'דיגער ווינער רב אין וויליאמסבורג, פארייניגטע שטאטן
ביי דעם חורבן אייראפע האט מען אריינגעברענגט אהין די אידן פון די אלע ארומיגע געטאס, און פון דארט האט מען זיי געפירט קיין אוישוויץ.
ווי עס איז באקאנט, פון דארטן איז הרה"ק ר' שלום אליעזר האלבערשטאם פון ראצפערט הי"ד אויך אוועקגעפירט געווארן קיין אוישוויץ.
דער אדמו"ר רבי יוסף לייפער, א זון פון רבי מרדכי לייפער, דער נאדווארנער רבי, ליגט אינעם נירעדהאזער בית עולם.
צווילינג שטעט
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]די צווילינג שטעט פון נירעדהאז זענען:
רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- ↑ Serwis informacyjny UM Rzeszów - Informacja o współpracy Rzeszowa z miastami partnerskimi. www.rzeszow.pl. דערגרייכט דעם 2010-02-02. מוסטער:Dead link
- ↑ TABEL privind LOCALITÃŢILE ÎNFRĂŢITE cu localităţile din judeţul Satu Mare (Romanian). www.prefecturasatumare.ro. דערגרייכט דעם 2009-06-27.
- ↑ Офіційний сайт міста Івано-Франківська (Ukrainian). mvk.if.ua. דערגרייכט דעם 7 March 2010.