לדלג לתוכן

קארפאטארוס

פֿון װיקיפּעדיע

קאַרפאַטארוס אדער קאַרפאַטן־לאנד איז א געביט, אין די קארפאטן בערג, וואס פאר דער ערשטער וועלט מלחמה, האט עס געהערט צו אונגארן, צווישן די צוויי וועלט מלחמות, צו טשעכאסלאוואקיי, און דורכאויס די צווייטע וועלט מלחמה צוריק צו אונגארן, היינט איז ער כמעט אינגאנצן דער טראנסקארפאטישער אבלאסט אין אוקראינע.

ביי דער מלחמה האבן געוווינט אין קארפאטרוס 75,000 יידן, ביז ווען די נאציס האבן איינגענומען אונגארן, איז דאס לעבן געווען געהעריג, ארויסהעלפנדיק פוילישע און סלאוואקישע געראטעוועטע, מיט דעם אלעם, זענען 18,000 יידן פארטריבן געווארן, מיטן אויסרייד אז זיי זענען אויסלענדישע בירגער, רוב פון די פארטריבענע זענען אומגעקומען אין גאליציע.

די יידישע געמיינדע אין בודאפעסט, האט געברענגט דעם גירוש צו אן ענדע, און א טייל פון די יידן זענען צוריק געקומען.

ווען די נאציס האבן איינגענומען אונגארן, זענען די קארפאטישע יידן געווען די ערשטע צו פארשיקט ווערן, אכציג פראצענט פון די קארפאטישע יידן זענען אומגעקומען ביים קריג.