שמואל אליעזר הלוי איידלס
געבורט |
1555 קראקע, קעניגרייך פון פוילן |
---|---|
טויט |
1631 (אלט 76 בערך) אוקראינע |
פאך | רב |
רבי שמואל אליעזר הלוי איידל'ס ( ה'שט"ו - ה' כסלו ה'שצ"ב), פון די גרויסע מפרשים אויף ש"ס בבלי צווישן די אחרונים. ער און זיין פירוש אויף גמרא, רש"י, תוספות זענען באקאנט מיט די ראשי תיבות מהרש"א.
יונגע יארן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]דער מהרש"א איז געבוירן אין קאזימיערזש לעבן קראקע צו זיין פאטער רבי יהודה הלוי, א ברודער פון ר' שמואל פאטער פונעם ט"ז און אן אייניקל פון רבי עקיבא פון אלטאויוון, און צו זיין מוטער גיטל, א משפחה פונעם מהר"ל פון פראג.
אין די יוגנט איז ער אריבער קיין פויזן וואו ער האט חתונה געהאט מיט דער טאכטער פון רבי משה אשכנזי היילפרין.
ווילאנג זיין שוויגער איידל האט געלעבט האט זי איהם מפרנס געווען, דערפאר האט ער זיך גערופן אויף איהר נאמען.
אין ש"נ איז ער געווארן א חבר אין די וועד ארבע ארצות.
נאך איהר פטירה, אין יאהר שס"ה, האט ער געמוזט אננעמען א רבנות פאסטן זיך צו שפייזן. צוערשט איז געווען רב אין כעלם, דערנאך אין לובלין און צולעצט אין אוסטראה אין יאהר שפ"ה.
ער ליגט באגראבן דארט אין דער שטאט אוסטראה.
פאמיליע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]זיין איידעם רבי משה וועלכער האט מסדר געווען די מהדורא בתרא אויף מהרש"א.
שיטה אין לערנען
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]ספרים
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- זכרון דברים
- חידושי הלכות ואגדות מהרש"א.
ער האט אויך פארפאסט צוויי פיוטים אויף סליחות.