לדלג לתוכן

װיקיפּעדיע:ווייטערפירונג

פֿון װיקיפּעדיע
דער בלאט איז אן אפיציעלע אנווייזונג פאר דער אידישער וויקיפעדיע וואס איז ברייט אנגענומען דורך שרייבערס. כאטש עס איז ראטזאם נאכצופאלגן די אנווייזונגען דערינען, ס'איז אבער נישט קיין פאליסי. אויב איר ווילט ענדערן דעם בלאט, מאכט זיכער אז עס איז דא אויף אייערע טוישונגען א קאנצענזוס. האט איר א ספק, דאן רעדט עס דורך אויפ'ן רעדן בלאט.
רעדאקטירן
הייבט אן א נייעם ארטיקל
ארטיקל נאמען


רעפערענצן
לינקען
רערן-לינקען
אינטערשפראך לינקען
אינטערוויקי לינקען
נאטיץ פיסלעך

פארמאטן
וויקיטעקסט
ליסטעס און טאבעלעס
בילדער און טעקעס
פארמלען

ארגאניזירן
אפטיילונגען
קאטעגאריעס
ווייטערפירונגען
באוועגן אן ארטיקל
נאמענטייל
בלאט גרייס

פאררעכטן טעותים
צוריקדרייען רעדאקטירונגען
פאראויסדיגע ווייזונג

שפארן טירחה
רעדאקטירן דורכוועגן
רעדאקטירן פאס
מאגישע ווערטער
מוסטערן
Variables
Calculation

קאמוניקאציע
קורץ ווארט
רעדן זייט
רעדאקטירונג מלחמה
מינערדיקע רעדאקטירונג

אנדערע

זאמדקאסטן

א ווייטערפירונג אדער ווידעריכטונג בלאט (ענגליש: REDIRECT; העברעיִש: הפניה) איז א בלאט אן קיין אייגענעם אינהאלט, וואס פירט דעם לייענער צו א צווייטן בלאט, געוויינלעך אן ארטיקל אדער אן אפטייל פון אן ארטיקל.

צוועק פון ווייטערפירונגען

[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

מען שאפט א ווייטערפירונג ווען אן ארטיקל קען האבן צוויי נעמען, אדער צוויי גאר ענלעכע באגריפן, אדער ווען א ווארט האט מער ווי איין אויסלייג.

עס געפינט זיך אויף די עדיט טולס, עס איז גוט אז איר זאלט דאס ניצן ספעציעל ביי אונז אין דער אידישע וויקיפידיע, אנדערשט פון אלע שפראכן, וואס האט נישט קיין כללים וואס זענען אפגעהיטן דאס זעלבע ביי יעדן איד, דער ליטווישער און דער פוילישער רעדן גאר אנדערשט און שרייבן א ביסל אנדערשט, מיר גייען נישט אריין ווער עס איז מער אויסגעהאלטן און בעסער, אבער דער פאקט איז אז קיינער שרייבט נישט דעם זעלב.

צום ביישפיל פאר "פוס", - ווי חסידים שרייבן. און "פֿוס" - ווי אידישיסטן שרייבן, האט איינער אריינגעלייגט די הויפט טעמע אונטער דעם קעפל "פֿוס", אבער ער האט געהאט א געפיל פון אחריות פארן כלל יידיש שפראך באנוצער און זיי אויך אינזין געהאט מיט וויטערפירן, אונטער דעם קעפל "פוס" האט ער דאס אריינגעלייגט:

#ווייטערפירן [[פֿוס]] 

ארום גענומען מיט די צוויי קאנטיקע קלאמערן וואס מאכן א לינק [[ ]]. און זינט דעמאלטס, ווען איינער קלאפט אריין צו זוכן פוס, פירט דאס אויטאמאטיש צו דעם ארטיקל פֿוס.

איר הויפט ציל איז צו פארגרינגערן פאר די זוכער וואס וועט זוכן א ארטיקל. עס מאכט אויך אז מען זאל נישט שרייבן קיין געדאפלטע ארטיקלן.

עס מאכט שלום צווישן צוויי סארטן אידיש, ווי היימיש אידיש און יוו"א אידיש אז דער קעפל זאל זיין וויזוי דער ערשטער וויל און דער אנדערע באנוצער זאל בלויז מאכן א ווײַטערפֿירונג. אזוי ארום קען יעדער איינער גרינג טרעפן די ארטיקל.

ווען דאס יא צו נוצן

[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
  • צוויי דיאלעקטן - עס איז ראטזאם צו האבן פארשטענדעניש און איינזעניש מיט אנדערע, און בשעת מען עפענט אויף א ארטיקל זאל מען מאכן א ווײַטערפֿירונג צו די הויפט ספעלינגס פון אנדערע דיאלעקטן, ווי צום ביישפיל אז טאמער א חסידישער וויליאמסבורג איד האט געפענט אן ארטיקל אויף קאר זאל ער טראכטן אז אן ארץ ישראל'דיגער רופט דאס אויטא און ער וועט דאס אזוי זוכן זאל ער קענען דאס טרעפן כאטשיג איר האט דאס געשריבן אין א ארץ ישראלדיגען אידיש אינעם זוכן קעסטל.
  • צו א גאר קליינער טעמע. - ווי למשל אין שבת קען זיך צעטיילן אסאך פארשידענע טעמעס וואס נישט יעדע טעמע איז גענוג חשוב און גענוג גרויס צו איר מאכן א באזונדער ארטיקל דאן איז געאייגענט צו מאכן איר א ווײַטערפֿירונג פון עונג שבת צו שבת#עונג שבת וואס וועט פירן דעם זוכער פונעם טעמע דירעקט צום אפטיילונג פון ארטיקל.

ווען נישט צומאכן א ווײַטערפירונג

[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

כללו של דבר: מיר זענען בלויז דא פאר איין ציל, צו בויען אן ענציקלאפעדיע. די ווײַטערפירונגען איז נישט א טייל פון דער ענציקלאפעדיע ארבעט, עס איז בלויז א געצייג צו מאכן מען זאל טרעפן דעם ארטיקל, יעדעס ווארט וואס דער זוכער וועט איר נישט זוכן אויף דעם אויסלייג זאל מען נישט מאכן קיין ווײַטערפֿירונג. ווייל אפילו עס ציילט זיך נישט ווי קיין ארטיקל, פארשווערט דאס אבער אויף דער סיסטעם.

  • אנדערע שפראכן - מיר זענען א אידישע וויקיפעדיע מיט איין ציל אן ענציקלאפעדיע. מען מאכט נישט קיין ווײַטערפֿירונג פון אנדערע שפראכן אדער אנדערע נישט אידישע פאנטס ווי אידיש. אחוץ דער ווארט ווערט גערופן בלויז מיט לאטיינישע פאנטס. ווי צום ביישפיל CNN. ווער עס ווייסט נישט וויאזוי א טעמע הייסט אין אידיש איז נישט אונזער ציל אים אויסצולערנען אידיש. אויף דעם איז דא אנדערע וועב סייטס.
  • טעותים - נישט אויף יעדער טייפן טעות דערלאזט מען צו מאכן דערפון א ווייטערפיראכץ. נאר אזוינס וואס איז איינגעגסן ביים אידיש שפראך רעדער און באנוצער. דאס הייסט עס מאכט זיך צוליב א סיבה וואס ביים זוכן קען איינער דאס אזוי אריינטייפן מיט אט דעם טעות. עס דארף אנגעמערקט ווערן אז טייפא טעותים מאכן זיך טאקע אסאך ביי שרייבער אבער נישט ביי ליינער דעריבער זאל יעדע טייפא טעות געמעקט ווערן אחוץ אויב עס איז דא גענוג סיבה צו טראכטן אז אויך א ליינער וועט מאכן דעם טעות ביים זוכן.
  • צוגאב-ווערטער - פון אנדערע אויסדרוקן פון ווארט וואס איז נישט איר נאון, ווי צום ביישפיל: לשון רבים צו א לשון יחיד. שם פועל אדער שייכות אדער מין. - אחוץ דער ארטיקל גופא באהאנדעלט אט די אלע פארעמעס אויכט זוכט דאך דאס דער זוכער.
  • נישט די פולע נאמען - אויף האלבעטע נעמען, ראשי תיבות אדער סתם וויאזוי מען רופט דאס אין אנדערע שפראכן נישט אין אידיש. בלויז אויב געוויסע רופען דאס אויך אויף איר האלבער נאמען אדער אנדערש שפראך אויסדרוק אדער ראשי תיבות, און וועלן דאס דעירבער אזוי אויפזיכן מעג מען מאכט א ווײַטערפֿירונג.
  • געדופלטער ווײַטערפֿירונג - נישט מאכן קיין געדופעלטער ווײַטערפֿירונג, נאר דירעקט צום הויפט ארטיקל נישט דורך אן אנדער ווײַטערפֿירונג, ווייל עס פארשווערט אויפן ליינער און ביי מוסטערן ארבעט עס נישט צו ווייזן אויף דעם הויפט בלאט ווי מ'לייגט דעם מוסטער.
  • ליידיגע ווײַטערפֿירונגען - נישט מאכן קיין צובראכענער ווײַטערפֿירונג. ד.ה. צו א געווינטשען ארטיקל וואס איז נאך נישט באשאפן. ווייל אויב איז נאך נישטא קיין ארטיקל דערצו איז דער ווײַטערפֿירונג איבעריג און פארשווערט אויף דעם סיסטעם.

צייטווייליג ווייטערפירן

[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

עס איז דא מוסטער וואס ברויך געשטעלט ווערן אין רעדן בלאט פון די ווײַטערפֿירונג אויב האלט איינער אז עס פארדינט זיך אן עקסטער ארטיקל דערוועגן. זעה אלע צייטווייליגע ווײַטערפֿירונגן.

נישט ווי אריבערפירן בלויז דאס קעפל

[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

נאך א וועג ווי אריבערצופירן פון א געוויסן קעפל-נאמען צו אן אנדער קעפל-נאמען, איז צו נוצן דאס באוועגן קנעפל (וואס ליגט אין דעם מעניו). אבער ווען מען נוצט דעם וועג דארף מען זיין זייער פארזיכטיג!, ווייל אויב מען פירט אריבער א געוויסן ארטיקל צו אן אנדער קעפל וואס איז שוין פאראן דארט אינהאלט, וועט די אינהאלט פון יענע ארטיקל ווערן אויסגעמעגט. דעריבער, אויב ווען מען פירט אריבער אן ארטיקל, און עס קומט ארויס אן ענטפער אז דער ארטיקל עקזיסטירט שוין, זאל מען ווייטערפירן אויטאמאטיש, נאר מען זאל שרייבן מיט דער האנט דאס קאד [[#ווייטערפירן]].)

  • באוועגן - אריבערפירן דאס גאנצער ארטיקל נישט נאר די קעפל.
  • צובראכענע ווייטערפירונגען - אויב א ווײַטערפֿירונג ווערט לכתחילה געמאכט צו א ליידיג קעפל וואס האט נאך נישט קיין ארטיקל. אדער איז עס שוין נישט קיים היינט, דאס הייסט ווען מען האט געמאכט די ווײַטערפֿירונג איז נאך געווען אזא ארטיקל צו פירן דערצו, אבער עס איז שוין געווארן אויסגעמעקט און עקזעטירט שוין נישט.
  • דאָפּעלע ווייטערפירונגען - פשוט כמשמעו נאר די ווײַטערפֿירונג ריכט נישט צום הויפט ארטיקל דירעקט, נאר דורך א צווייטער ווײַטערפֿירונג וואס יענץ טוט פירן צום הויפט ארטיקל.