לדלג לתוכן

אייר

פֿון װיקיפּעדיע

<< >> אייר תשפ"ה

 א   ב   ג   ד   ה   ו   ש 
א ב ג ד ה ו
ז ח ט י יא יב יג
יד טו טז יז יח יט כ
כא כב כג כד כה כו כז
כח כט

לוח לשנת ה'תשפ"ה

אנווייז: יומא דפגרא


אייר איז דער צווייטער חודש צו דער ציילונג פון די חדשים וועלכע ווערט געציילט פון ניסן[1] (און דער אכטער חודש צו דער ציילונג פון יארן, וועלכע ווערט געציילט פון תשרי[2]).

פון ווען ס'איז באשטימט געווארן דער יידישער קאלענדאר (קביעות החדשים), איז אייר שטענדיג א פארקערצטער חודש (חסר): א חודש פון ניין און צוואנציג טעג.[3]

ראש חודש אייר איז שטענדיג צוויי טעג: דער דרייסיגסטער טאג פון ניסן, און צומארגענס, דער ערשטער טאג פון אייר, וויבאלד ניסן איז שטענדיג א פולער חודש (מלא): ער האט שטענדיג דרייסיג טעג.

דער ערשטער טאג פון חודש אייר קען נאר אויספאלן פיר טעג פון דער וואך: (ב ג ה ז) מאנטיק, דינסטיק, דאנערשטיק, שבת.[4]

אין די צייטן ווען בית דין האט מקדש געווען דעם חודש האבן זיי געקענט - אויב בית דין האט עס געפינען נויטיג - אויסברייטערן דעם חודש (מעובר) אויף דרייסיג טעג. ס'איז פארהאן א מיינונג פון תנאים וואס האלטן אז דאס יאר ווען יידן זענען ארויס פון מצרים האט מען פארברייטערט דעם חודש אייר.[5]

אין דער משנה לערנט מען[6] אז אייר איז איינער פון די זעקס חדשים וואס בית דין האט געשיקט שלוחים צו די ווייטע ערטער פון ירושלים, באקאנט מאכן וועלכן טאג זיי האבן מקדש געווען ראש חודש אייר, וועגן דעם קומענדיגן טאג פון פסח שני.

אין פסוק ווערט דער חודש אייר אנגערופן חודש זיו (שיין), ווי ס'שטייט: ויהי בשמונים שנה וגו' בחודש זיו (אין פסוק שטייט אן א יו"ד) הוא החודש השני וגו' (מלכים א' ו א), אין חז"ל געפינט מען צוויי ערקלערונגן:

  • וויבאלד אין דעם חודש אייר צייגט זיך די שיינקייט פון דער וועלט, די ביימער בליען און די געוויקסן שפראצן.[7]
  • וויבאלד ווען דער חודש אייר האט זיך אנגעהויבן איז שוין געווען געבוירן די באשיינערס פון דער וועלט, די אבות (אברהם, יצחק, יעקב), וועלכע זענען געבוירן אין חודש ניסן.[8]

גענוי וויאזוי צושרייבן דאס ווארט אייר איז נישט פארהאן א קלארער מקור, אין שולחן ערוך ווערט אבער געפסקנט, אייר דארף מען שרייבן מיט צוויי יו"ד'ן,[9] אויב מען האט געשריבן אין א גט איר נאר מיט איין יו"ד, איז דער גט נישט גילטיג (פסול) ,[10] ס'איז אבער פארהאן אזעלכע וואס האלטן זיך צוריק פון שרייבן א גט אין אייר.[11] דער בית שמואל[12] ווייזט אָן א רמז צו שרייבן מיט צווי יו"ד'ן פון די קדמונים[13] וועלכע שרייבן א רמז אויף די ראשי תיבות פון אייר: אברהם יצחק יעקב רחל.

דער אינהאלט פון חודש

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

דער צירוף פון חודש אייר גייט ארויס פון דעם אנפאנג פון די ווערטער (ראשי תיבות) יתהלל המתהלל השכל וידוע[14] (ירמיה ט. כג.).

דער מזל פון אייר ווערט אנגערופן שור.[15]

ספעציעלע טעג פון חודש אין חז"ל

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

פיר טעג פון חודש אייר האבן די חז"ל אויסגערופן אלס יו"ט און פארבאטן צו פאסטן אדער מספיד זיין אין די טעג, ז, יד, כג, כז, ווי ס'ווערט געשריבן אין מגילת תענית. די הלכה איז "בטלה מגילת תענית",[16] און די ימים טובים גייען היינט נישט מער אָן.

דער בני יששכר שרייבט,[19] חודש אייר איז מסוגל אויף רפואה, וויבאלד אין חודש אייר האט אנגעהויבן צו פאלן דער מן פאר יידישע קינדער אין מדבר, וועלכע ווערט אנגעריפן און פסוק "לחם אבירים" (תהלים עח כה), שפייז וואס איז דירעקט איינגעזאפט געווארן אין די גלידער,[20] איז דערפון געבליבן אין די נאטאר (טבע) פון דעם חודש א סגולה פאר רפואה.

חודש אייר איז אין די ספירה טעג, טעג וועלכע האבן זייערע ספעציפישע הלכות.

ד' אייר ביינאכט, דאס הייסט ה' אייר, איז ר' נחמן מברסלב אנגעקומען קיין אומאן שנת תק"ע, דארט האט ער אויסגעקליבן צו ליגן נאך זיין פטירה וואו זיינע חסידים און תלמידים זאלן אים קומען פוקד זיין.

די יידישע חדשים

ניסן | אייר | סיון | תמוז | אב | אלול | תשרי | מרחשון | כסלו | טבת | שבט | אדר (אדר א' | אדר ב')


  1. ר"ה ז' ע"א
  2. ר"ה ב' ע"א
  3. רמב"ם קידוש החודש פ"ח ה"ד ה"ה
  4. או"ח תכ"ח ב'
  5. שבת פ"ז ע"ב
  6. ר"ה י"ח ע"א
  7. ירושלמי ר"ה פ"א ה"ב
  8. ר"ה י"א א', רש"י און תוס'
  9. אבן העזר קכ"ו כ"ג
  10. רמ"א קכ"ו ז'
  11. רמ"א שם
  12. אבן העזר קכ"ו ס"ק כ'
  13. קרנים ז' דן ידין יב
  14. משנת חכמים אייר
  15. ספר יצירה פ"ה
  16. ר"ה י"ח ע"ב
  17. או"ח תק"ף
  18. שם
  19. חודש אייר מאמר א אות ג
  20. יומא ע"ה