טאאיזם
מראה
טאַאָיזם איז א כינעזישע פילאסאפיע און רעליגיע. דאס ווארט 道 טאַא איז טייטש "וועג".
די פילאסאפישע יסודות פון טאאיזם זענען געגרינדעט אויף די לערעס פון לאא צי און די שריפטן פון זשואנגזי.
טאאיזם טוט באטאנען די "דריי אוצרות": רחמנות, מאסיקייט און עניוות.
במשך די יארהונדערטן האט טאאיזם געהאט א שטארקע השפעה אויף כינעזישער קולטור. אויך האט טאאיזם געהאט א השפעה אויף דער קולטור פון שכנותדיקע לענדער.
נאך לאא צי און זשואנגזי האט די ליטעראטור פון טאאיזם אנגעהויבן צו וואקסן.
דער ארטיקל וועגן רעליגיע איז א שטומף. ביטע העלפֿט וויקיפעדיע אים פֿארברייטערן. |